מיסטעריעז
עס גייט ארום שמועות אז יואל יהושיע העשיל בלום האט ארויסגעגעבן א נייע ספר מיטן נאמען "קללת ארץ" איינער ווייסט וואס דעיס איז?
לאודט
קלארשטעלונג; די מעסעדזשעס וואָס גייען ארויף אויף די אפטיילונג טוען נישט רעפרעזענטירן די מיינונג פון די מערכת. דאס איז א פובליק פארעם פאר כל הקהל הקודש זיך אדורכשמועסן, מיטטיילן געדאנקן, אין אבזערווירן אנטוויקלונגען וכד', שרייבט אין האט הנאה. אכטונג! די אפטיילונג איז א קאנקורענט פאר אייוועלט אין אידטיש... אויב שרייבט איר אנטי קול יוצאי לב טהור פראפעגאנדע נעמט אין אכט אז מיר וועלן דאס מעגליך צענזורירן ..
א פובליק שמועס־צענטער פאר פראגעס, געדאנקען, חיזוק הערות, אין פאר אלעם וואס איר זאגט צום מערכה.
עס גייט ארום שמועות אז יואל יהושיע העשיל בלום האט ארויסגעגעבן א נייע ספר מיטן נאמען "קללת ארץ" איינער ווייסט וואס דעיס איז?
ס'איז יעצט חול המועד איך מיין ס'איז א גוטע געדאנק די מערכת זאל ארויסקומען מיט עפעס ספעציעל... עפעס א גוטס לכבוד חול המועד פון די אנדערע זייט טראכט איך אפשר טאַקע לוינט זיך נישט יעצט אין די פרייליכע יום טוב טעג ארויסצולייגן נישט גוטע אפדעיטס. פון די אנדערע זייט איז נישטאָ קיין היתר זיך נישט אנצונעמען פאר צרות ישראל. זאל די אייבערשטער העלפן ס'זאל זיין 'גוטע' נייַעס צו מעלדן אך טוב וחסד!
כ'וויל מיר באדאנקן צום מערכת פאר די מורא'דיגע געשמאקע אפציע צו באקומען א 'נאטיפיקאציע ' ווי נאר א נייע מעסעדזש גייט ארויף ס'איז עפעס וואס איז א געוואלדיגע זאך וואס ברענגט איך זאל גארנישט פארפאסן. כ'גלייב אז נאך אסאך האבן הנאה דערפון. ס'איז כדאי פאר די וועלכע האבן זיך נאכנישט אויפגעסיינט זאלן זיך אויפסיינען ס'איז זייער גרינג אין פשוט מ'דארף דרוקן די נאטאפאקאציע אייקאן ביים לינקע סייט אויבן אויפ'ן פראנט בלאט
איך זיץ מיר אין מיין סוכה'לע.. אין טראכט אריין וואס טוט מען יעצט.. וואס איז די שאלה? די ערשטע רוף איך אריין קול יוצאי לב טהור האטליין. אה. א פרישע שטאך פילט אן מיין הארץ זעענדיג ווי מיין געזונדל פארברענגן איינגענעם אויפן פרישן שפיל איינגעקויפט לכבוד חול המועד. נאכ'ן פראווען א געהויבענע שבת אין יום טוב. אבער זיי. די קרבנות פון די רעזשים י.י.ה. בלום אין אברהם גרינהויט די באקאנטע בארבארן וועלכע האבן זיך מיט א אכזריות נוראות אינטערגענומען צו צוברעכן די שוואכע פרויען אינערהאלב איינע פון די קלענסטע קהלות. זייער קול. די קול פון די מאמע'ס וואס נעצן די קישן, זיי ווילן נאכאמאל זען זייערע קינדער. ווי קען מען דאס באשרייבן. איז עס דען מעגליך צו פארשטיין? מיט דעם אלעם מיין הארץ האלט דאס נישט אויס . טאַקע א פשוטע איד וואס זיצט זיך אין מיין סוכה'לע... אבער דאך. דאס הארץ רייסט צו הערן. אבער ליידער איז דאָס די ווירקליכקייט. א פרישע געשריי רייסט זיך ארויס פון מיין האַרץ. טאטע, אבינו אב הרחמן! זיי זיך שוין מרחם אויף די וועלכע זענען אין שאטן פון טעראר פיין אין אן די קינדער. ווייל א טאטע בלייבט א טאטע אין היט אויף זיינע קינדער. די ווייסט דאך יא וואס מיינט א טאטע. די ביסט אונזער אלעמענס טאטע נעם אונז שוין ארויס פון אלע אונזערע צרות. הרחמן הוא יקום לנו..
כ'האב נאכגעהערט פון איינער וואס האט געטראפן דער א.ג. "עסקן למען הצלת ילדי לב טהור" י.י.ה. בלום ביי די חסדי חיים אפיס ווי ער האט געוואלט עפענען א אקאונט און ווען מען האט אים נישט געוואלט עפענען צוליב וואס דער ריזיגער עסקן וואס רירט זיך נישט אן קיין דעת תורה בהוראת הרבנים הנסתרים וואס זענען לכל הפחות 120 יאר אלט... האט פשוט נישט געקענט טרעפן א המלצה פון קיינע פון זיינע דעת תורה'ס צו עפענען א אקאונט האט ער זיך גענומען מאכן קולי קולות אויף דער ארבעטער דארטן ביז יענער האט זיך אונטערגעגעבן צום גבר אלם דאס זענען אונזערע עסקנים...
די שוטה בלום האט געטענהט אז די מאמע קען שאדן מאכן זייער גאנצע ארבעט פון חדשים נאר מיט קוקן אויף איר קינדער די שופט האט געענפערט ביטע לערן מיך נישט אויס וואס איך דארף טון און דעריבער האט די שופט נישט מסכים געווען פאר קיינעם פון משפחה צו זיין סופערווייזער
עפעס נייעס איז דא איינער ווייסט וואס?
בת עמי לא תחשה ולא תשקוט בזעקה א דאנק פאר איי וואס טוען שוין אין ווער ס'טוט נישט מעג זיך שוין עפענען די אויגן. די שרעקליכע צרות יגון ואנחה וואס אנשי/יוצאי לב טהור מאכן מיט איז עפעס וואס טאר נישט דורכגיין גלאטיג
געהערט אז היינט דארף פארקומען א קורט פאר איינע פון די משפחות וואס איז געווארן
מיר טארן נישט שווייגן קומט איינער וואס פארקויפט זיך אלדס א מציל ומושיע און ער אביזט די זעלבע נעבעכדיגע מענטשן נאכאמאל פונקט די פארסרחטע קאשוי האט געטראפן די מצוה ביי די צייט וואס זיי אסר'ן צו עסן אונזער פלייש און נאך איין קולט וויל חרוב לייגן די צווייטע קולט
א גרויסן דאנק פאר אלע וואס טוען פאר די מערכה קעגן די בלוט פארגיסער יואל יושע העשיל בלום גרינהויט טייכמאן רעזשים. איך האב נארוואס געהערט די שוידערליכע רעקארדירונג אויף באריכטן אין אינטערוויאוס אפטיילונג איך האב געמיינט איך פאל צאם!. איך בין נאכאלטס נישט געקומען צו זיך פון שאק
חחחח, זיי האבן שוין געעפנט א גאנצע וועבסייט צו שרייען אויף די עסקנים 😂 איך בין דווקא מיט די עסקנים! 😄
גייטס אן ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט
איך האב געוויסט אז עס קומט א גוט'ס, אבער אויף אזא גוטע וועבזייטל האב איך מיך שוין נישט געראכטן. גייטס אן ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט.
מ'האט קוים גענדיגט שאפן א מיליאן דאלער פאר די בחור וואס זיצט רח"ל אין תפיסה אין א"י. גייט מען אריינלייגן א איד אין מעקסיקא צו שמאכטן אין טורמע? א שרעק! שוין העכסט צייט צו אויפשטיין פון שלאף
די וועבסייט איז באמת א הערליכע סיסטעם
א קליינע זאך די גרויסע ווערטער "קול יוצא לב טהור" וואס ליגט אויף די 'מעין פעידזש' שטערט צו קענען געהעריג זעהן די בילדער פון די בעק-גראנד יישר כוחכם תזכו למצוות