דארנעשטאג פרשת חיי שרה
מיר ווילן זיך באדאנקען פאר
אלע אידן וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן און מנדב געווען געלט פאר די שמע קולינו קאמפיין וואס איז געלאפן די לעצטערע תקופה
בפרט ווילן מיר זיך באדאנקן
פאר די אידן וואס האבן געלאזט מעסעדשזעס צו די מערכת
און האבן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים
וואס אין דעם זכות קענען מיר ווייטער ממשיך זיין
צו קענען אנגיין מיט די פעולות הקודש פון צוריקשטעלן
און פאראייניגען קרוב צו 10 משפחות
וואס קאסטן אפ ימ'ן מיט געלטער פאר די לויערס
אין די לעגאלע קאמף
און ב"ה די לויערס זענען זייער אפטאמיסטיש וויאזוי זאכן גיין, בעיקר וויאזוי די צייט שכנגד פארפלאנטערט זיך טיפער
מיט זאכן וואס מען וועט אי"ה קענען ניצן אין די טרייעלס וואס
גייען פארקומען אין די קומענדיגע חדשים
דער אויבערשטער זאל העלפן אז בזכות ארויסהעלפן די צובראכענע משפחות צוריקבאקומען
זייערע קינדער זאל יעדער
זוכה זיין צו זען רוב תענוג ונחת ביי די אייגענע קינדער
אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך
1-605-313-8165www.kolylt.com
ארדער אויף פראטעקשאן איז בטל! אין ווייטערדיגע באריכטן
מוצאי שבת קודש פרשת וירא
עס קומט אריין די בשורה טובה אז נאך איבער א האלבע יאר וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געהאט געמאכט א ארדער אף פראטעקשאן צווישן אשת יעקב נחום וויינגארטן און אירע קינדער
האט ברוך השם לעצטע וואך
די שופט מבטל געווען די ארדער אף פראטעקשאן נאך עטליכע קאורטס וואס זענען געווען די לעצטע תקופה
און בנוגע די עצם טעמפערערי קאסטעדי וואס יואל יהושע העשיל בלום האט יעצט וועט פארקומען א טרייעל אין בערך 2 חדשים ארום
אזוי אויך ווילן מיר מעלדן אז ווי באריכטעט דא א שטיק צייט צוריק אז די שופט פון די צוויי קעיסעס פון אשת יואל וויינגארטן און אשת יעקב נחום וויינגארטן האט ארויסגעגעבן א ארדער אז ביידע דארפן באקומען וויזיטעישאן איינמאל א וואך
מיט אלע זייערע קינדער
טראץ די שטארקע קעגנשאפט און נערישע אויסריידן פון בלום און זיין לויערקע
אבער טראץ די קלארע ארדער
פון די שופט טוט יואל יהושע העשיל בלום זיך ארויסדרייען יעדע וואך מיט אנדערע תירוצים וואס וועט אי"ה נאר ארויסהעלפן אויפן לעגאלען פראנט.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל שוין הערן בשורות טובות, א גוטע וואך
https://www.kolylt.com/
באזוך ביי נחמן העלבראנץ -
🔁 @קרית בבל -
גוואטעמאלע בולעטין #4
"כציפרים עפות, כן יגן ה' צבקות"
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די באפרייאונג פון משפחת ר' יואל אלטער שליט"א
און משפחת דיבה פון גוואטעמאלע, קומט יעצט אריין די בשורה טובה ומרנינה,
אז די משפחות אין באגלייטונג פון די געטרייע עסקנים שי' ובראשם
ר' שמעון ישראל פאזען,
געפונען זיך שוין אויפ'ן פליגער אין די לופטן ארויס פון גוואטעמאלע.
שוין קרוב צו צוויי יאר,
אין וועלכע דער מסירות-נפש עסקן ר' שמעון ישראל פאזען
האט זיך אריינגעטאן בכל נפשו ומאודו צו ארויסנעמען משפחת אלטער אין א גוטע שעה.
דעם פארגאנגענע פאר מאנאטן איז הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א געזעצן מיט גדולי העסקנים ובראשם ר' שמעון ישראל פאזען
פאר לענגערע מיטינגען לטכס עצה "עזור נא את הנשארים".
כידוע, האט הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א אפגעהאלטן א היסטארישע באזוך ביי נחמן העלבראנץ אין טורמע,
אין וועלכע דער דיין שליט"א איז ב"ה געקומען צו א פארשטענדעניש מיט'ן חכם אויף וויכטיגע טעמעס,
בגשמיות וברוחניות,
און א פארזיכערונג אויף ווייטערדיגע נאנטע צוזאם ארבעט.
מיט די הילף פון ר' חיים צבי מלכה (וועלכער איז נאך סטאק אין גוואטעמאלע צוליב קלאגעס)
און ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן האט מען אויסגעארבעט די דעטאלן, און עס ב"ה געברענגט לידי גמר.
דאס קומט נאך א לענגערע תקופה פון איבער א יאר,
אין וועלכע קיין איין גרעסערע משפחה האט נישט געטוישט איר סטאטוס,
(-------)
טובים השניים מן האחד!!
פרטים יבואו!
משפחת ר' יואל אלטר ביים ארויסקומען פון שעלטערס בערך א יאר צוריק
דינסטאג פרשת וירא
ווי באריכטעט דא עטליכע וואכן צוריק אז עס איז פארגעקומען
א קאורט בנוגע די וויזיטעישאן
פון מרדכי שרגא גאלדמאן
מיט זיין דריי יעריג קינד,
איז פאריגע וואך ערב שבת קודש פרשת לך לך
געקומען א ארדער פון די שופט
פון די קעיס אז ער דארף באקומען וויזיטעישאן צוויי מאל א וואך
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ער זאל זיך שוין קענען בקרוב אינגאנצן פאראייניגען מיט זיין קינד
בשורות טובות!
האטליין:
1-605-313-8165
וואטסעפפ: https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&iam=2
געוועב:
https://kolylt.com/
דינסטאג וירא · ט״ז חשוון תשפ״ז · 5:49PM
הודו לה' כי טוב! אפדעיט גוואטאמאלא:
דינסטאג פרשת וירא
היינט איז פארגעקומען אין גוואטאמאלא א קאורט פאר ר' חיים צבי מלכה וועגן די קלאגעס וואס די א.ג. עסקנים יואל יהושע העשיל בלום און אברהם גרינהוט האבן ארויפגעלייגט אויף אים
ביי די קאורט האט זיך באטייליגט העסקן הנאמן ר' שמעון ישראל פאזען וואס איז געקומען בשליחותו פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א
ביי די קאורט איז ב"ה א גרויס חלק פון די הארבקייט פון די קלאגעס אראפגעגאנגען
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ער זאל שוין אינגאנצן ריינגעוואשן ווערן (צוזאמען מיט אלע אנדערע אסירי בלום) און ער זאל שוין בקרוב קענען ארויספארן פון לאנד און זיך קענען פאראייניגען מיט גאנץ כלל ישראל
https://kolylt.com/
גוואטעמאלע: 🔴 לייוו אפדעיט
גוואטאמאלא: אין די מינוטן קומט פאר א קריטישע געריכט סעסיע פאר האברך ר' חיים צבי מלכה הי"ו,
אין באגלייטונג פון ראש העסקנים למען הצלת ילדי לב טהור
ר' שמעון ישראל פאזען הי"ו בהשראת דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א.
כלל ישראל 📌 איז מרבה בתפילה ותחנונים אויפ'ן גענצליכע ריינוואשונג פון משה חיים צבי בן שרה העניא ער זאל זוכה זיין בדין ולהצילו מכף כל אויביו.
עס איז ערווארטעט שטורעמישע טעג בתולדות היהדות הנאמנה
פרטים יבואו!!
https://kolylt.com/
וויאזוי איז די שבת קודש אריבער.
מוצאי שבת קודש פרשת לך לך
גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער אין בלומינגראוו
ווי עס איז געפראוועט געווארן
די שמחת הברית
פון בן הנולד אצל הר"ר חיים יעקב ראזנער
צום שבת האבן זיך צוזאמגעקומען אסאך געסט פון עטליכע שטעט
אזוי אויך זענען געקומען שכנים אוןַ קרובי המשפחה
שבת אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען ארום 10:00
די שמחת הברית איז פארגעקומען נאכן דאווענען בערך 2:00
ויקרא שמו בישראל יואל לוי יצחק
דער אויבערשטער זאל העלפן אז כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים
https://kolylt.com/
וואכנאכט - שמחת הברית בבן הנולד אצל הר"ר חיים יעקב ראזנער
ערב שבת קודש פרשת לך לך
דעם שבת קודש ביינאכט וועט פארקומען די שמחת השלום זכר און וואכנאכט לבן הנולד אצל הר"ר חיים יעקב ראזנער וואס וועט פארקומען בביתו אין בלומינגראוו
שבת קודש אינדערפרי וועט מען זיך שטעלן דאווענען בבית ר' חיים יעקב ראזנער ארום 10:00 און דערנאך וועט פארקומען די שמחת הברית
א גוט שבת!
ברוך שהחיינו וקימנו!!!
נאך לאנגע צייט וואס די ציבור איז היבש צומישט איבער די נושא פון קאלטס ביי כלל ישראל אין אייגענטליך איז דאס א נושא וואס איז נאך קיינמאל נישט עכט בארירט געווארן דורך די גדולי הדורות איז ענדליך באו אור לעולם אין מיר זענען פרייליך צו מודיע זיין אז ס'איז ענדליך דאָ קלארקייט!
מיטן הערליכן ספר 'קללת ארץ' וועלן אייער אויגן ליכטיג ווערן אין אויפשיינען פון די הערליכע ביאור וואס דער נייער מוץ בקרית יואל וואס איז אויפגענומען געווארן דורך די פערמענאנטע 'מאמענט מעגאזין' האט מחבר געווען אין אצינד איז דאס ארויסגעגעבן געווארן צום ערשטן מאָל לאור עולם דורך 'קול יוצאי לב טהור'
צו באקומען איבעראל
פאר גרעסערע קוואנטומס שיקט א אימעיל צו killatz@kolylt.com
מיר האָבן געפענט א ספעציעלע וועב-זייטל ווי מען קען ליינען אדער דאונלאודען תורת המו"ץ..
קליקט אויף
killatz.kolylt.com
Part of kolylt.com
איר האט נישט קיין אינטערנעט?
אוועליבעל אויף אונזער אפיציעלע האטליין קאנאלן
1-605-313-8165
פאר נומערן אינטערנאציאנאל דרוקט #0
דינסטאג פרשת לך לך
ווי באריכטעט דא אויפן ליין איז געבוירן געווארן א אינגעלע צו ר' חיים יעקב ראזנער די פארגאנגענע שבת
אבער הרשעים כים נגרש
און ווי נאר עס איז פארשפרייט געווארן די ידיעה זונטאג אינדערפרי האט יואל יהושע העשיל בלום אריינגעגעבן א גאר שווערע רעפארט פאר די טשיילד פראטעקשאן
אז עס איז דא א ניי געבוירן קינד וואס ווערט אבביוזט דורך זיינע עלטערן און געפינט זיך אינטער גאר שווערע אומשטענדן
און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען און די טשיילד פראטעקשאן איז תיכף געקומען זוכן די קינד
אבער אזויווי זיי האבן נישט געטראפן די פונקטליכע אדרעס אין בלומינגראוו זענען זיי אוועקגעגאנגען
היינט דינסטאג זענען זיי געקומען צו די משפחה ווי זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אפאר שעה און זעענדיג אז די דריי טאגיקע קינד געפינט זיך אין גאר א גוטע צושטאנד האבן זיי אויסגעדריקט זייער פארוואונדירונג אויף די שרעקליכע רעפארט וואס זיי האבן באקומען זעענדיג אז ס'איז געווען מלא שקרים
און זיי האבן זיך אויסגעדרוקט
אז זיי קענען ממש נישט פארשטיין די רשעות פון בלום
די חילול השם איז ליידער איום נורא.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיין עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עימנו קל
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4https://kolylt.com/
זונטאג פרשת לך לך
מערכת קול יוצאי לב טהור
ווינטשט א הארציגע ברכת מזל טוב פאר הרב ר' חיים יעקב ראזנער
לרגל הולדת בנו למזל טוב
דעם שבת קודש העבר עלינו לטובה
דער אויבערשטער זאל העלפן אז משמחה זו ישפע שפע רב
און ער זאָל זיך שוין אויך קענען פאראייניגען מיט זיינע אנדערע 4 פארכאפטע קינדער
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן!
ווי געפינט זיך אצינד יואל יושע העשיל בלום אין אברהם גרינהויט? וואס איז מיט די וויזיטעישאנס ביי מרדכי שרגא גאלדמאן? וואס איז מיט די אפשערן אין מער - אפדעיט
ליל ששי פרשת נח
עטליכע חדשים צוריק ביי די פאריגע קאורט אויף די 3 יעריג קינד פון מרדכי שרגא גאלדמאן
האט די שופט געזאגט אז די עלטערן דארפן באקומען וויזיטעישאן
און ביידע לויערס זאלן זיך אדורכקומען וויאזוי די וויזיטעישאן זאל פארקומען
אבער אזויווי ביז יעצט האלט די לויער פון יואל יהושע העשיל בלום און איין ארומדרייען און שלעפן די צייט
מיטן ציל אז די עלטערן זאלן נישט קענען באזוכן זייער 3 יעריג קינד
און אויך אזויווי אין די קומענדיגע מיטוואך פרשת לך לך
דארף פארקומען די אפשערן פון די קינד וואס די עלטערן ווילן מיטהאלטן
האט די לויער פון משפחת
מרדכי שרגא גאלדמאן אריינגעגעבען א עמערזשענסי פארלאנג
אז עס זאל פארקומען א קאורט
היינט דאנערשטאג פרשת נח איז פארגעקומען די קאורט אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
אנדערש װי ביי אלע אנדערע קאורטס
האט זיך יואל יהושע העשיל בלום נישט באטייליגט ביי די קאורט
אזויווי ער מיט אברהם גרינהוט געפֿינען זיך די לעצטע וואך אין גוואטאמאלא אויף אנדערע רשעות
ביי די קאורט האט די שופט געפאדערט אז ביז א וואך מוז יואל יהושע העשיל בלום מסכים זיין צו געבן וויזיטעישאן
און אויב נישט וועט אין צוויי וואכן ארום פארקומען א קאנפערענץ
ווי זי גייט ארויסגעבן א ארדער אז ער מוז געבן וויזיטעישאן
בנוגע די אפשערן האט די שופט געזאגט
אז ווילאנג ס'איז נישטא קיין וויזיטעישאן
טאר נישט פארקומען די אפשערן
בשורות טובות
https://kolylt.com/
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · 3:38PM
בלוט פארגיסונג אין בילבול -הושאנא רבה ערב שמ"ע תשפ"ז*
יעצט הושענא רבה נאכמיטאג
האט דער רשע בלום מפרסם געווען אויף זיינע פלאטפארמעס זיינע גרויסע סטרא אחרא'דיגע הצלחות און ווי ער סטראשעט צו ארעסטירן אומשולדיגע לב טהור אינגעלייט.
נאכן ליינען זיינע ווערטער איז פשוט נישט דא קיין ווערטער.
די רשעות וואס גיסט זיך פון יעדע ווארט איז אין לשער ואין לתאר
ס'איז ממש נישט צו משיג זיין וויאזוי א איד מזרע אברהם יצחק ויעקב קען רעדן אזעלכע ווערטער הושענא רבה נאכמיטאג
מען קומט נישט דא פארדאמען זיינע ווערטער,
מען איז פשוט פארגליווערט מיטצולעבן ווי ווייט א איד קען זיך דערקייקלען אז אין די העכסטע צייט פון יאָר הושענא רבה נאכמיטאג קען ער שרייבן אזעלכע ווערטער
כשהם יורדין יורדין עד לעפר...
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4https://kolylt.com/
מיטוואך · י״ב תשרי תשפ״ז · 10:30PM
אין ווייטערדיגע באריכטן
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות
ווי באריכטעט נעכטן איז היינט פארגעקומען א קאורט פאר ר' מנחם מענדל אלטר אין שפאניע ווי מען האט דן געווען צו ער וועט קענען אהיימפארן קיין ארץ ישׂראל זיך פאראייניגן מיט זיין משפחה אדער וועט ער דארפן אויסגעליפערט ווערן קיין מעקסיקא ווי עס ווארט אים א שווערע תפיסה אורטייל רח"ל
היינט ביי די קאורט איז דערווייַל נאכנישט ארויסגעקומען קיין פסק נאר מען ווארט אויף א פסק פון די שופט וואס וועט נאכקומען אין די קומענדיגע טעג
כלל ישראל איז מתפלל פאר מנחם מענדל בן רחל נעמי אז ער זאל שוין אינגאנצן באפרייט ווערן מאפילה לאור גדול
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4https://kolylt.com/
מיטוואך · י״ב תשרי תשפ״ז · 2:15AM
נייע אפדעיט
דינסטאג שבוע שחל בו סוכות
מארגן מיטוואך גייט פארקומען א קריטישע קאורט פאר ר' מנחם מענדל אלטר אין שפאניע ווי ער איז ארעסטירט געווארן פארגאנגענע חודש שבט זייענדיג אויפן וועג פון גוואטאמאלא קיין ארץ ישׂראל
צוליב קלאגעס וואס ער האט אין מעקסיקא
און זייט דעמאלסט איז ער געזעצען אין תפיסה אין שפאניע ביז פארגאנגענע חודש סיון ווען ער איז באפרייט געווארן אויף בעיל
ביי די קאורט מארגן מיטוואך וועט מען דן זיין איבער די קריטישע פראגע:
צו וועט ער קענען אהיימפארן קיין ארץ ישראל זיך צוריק פאראייניגען מיט זיין משפחה וואס געפונט זיך שוין דארטן אדער וועט ער ח"ו אויסגעליפערט ווערן קיין מעקסיקא ווי עס ווארט אים לאנגע יארן תפיסה ח"ו
כלל ישראל איז מתפלל פאר מנחם מענדל בן רחל נעמי
אז ער זאל גענצליך באפרייט ווערן מאפילה לאורה
והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים!
בלייבט אפדעיטעט
זייט אויף די ריכטיגע זייט אין היסטאריע
WWW.KOLYLT.COM
וויפיל איז די גבול? ווי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול???
ערב יום כיפור תשפ"ז
קול יוצאי לב טהור וויל מעלדן א מאסיווע קאמפיין וואס מיר הייבן אצינד אן ארויסצוהעלפן די וועלכע געפינען זיך אין קריזיס, אין ווערן ברוטאל געפייניגט דורך די אזוי גערופענע עסקנים וועלכע האבן אונטערגענומען די מיסיע זיי צו צוברעכן פיזיש אין גייסטיש.
זיי דארפן געלט פאר די מינימאלסטע געברויכן ווי עסן, רענט, אין דערנאָך איז דא ריזיגע הוצאות פאר די לויערס אין די לעגאלע קאמף אין געריכט.
טייערע אידישע קינדער!
קול דמי אחינו צועקים אלינו.
מיר קענען זיי נישט לאזן אויפ'ן וואסער.
וואס בעטן זיי דען?
ווי קענען מיר שטיין אין א זייט ווען צובראכענע אין צושאסענע מאמעס ווילן זען זייערע קינדער, טרעפן נאכאמאל.
וואס בעטן זיי???
זייערע אייגענע קינדער, בלוט אין פלייש וואס זענען מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט אוועקגעריסן געווארן פון זיי.
ס'קומט צו גיין די הייליגסטע טאָג פון יאר
וויפיל וויינען אין לעכצן צו האלדז'ן זייער אייגענעם קינד?
וויפיל אידן ליגן על ערש דווי אין ווארטן געהאלפן צו ווערן?
וויפיל ווארטן צו זעען אידיש נחת פון זייערע קינדער?
וויפיל טויזענטער בחורים אין מיידלעך ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט שידוכים???
וויפיל אידישע שטיבער שטייען אין א קריזיס פון ווערן צוטיילט?
וויפיל צער אין עגמת נפש גייען אידן דורך זה בכה וזה בכה.
אין ווארטן אויף ישועות ה'.
ווי קענען מיר גיין אין שרייען מארגן 'שמע קולינו ה' - ווען שוין קרוב צו 2 יאר וואס בלוט אין הייסע זידעלדיגע טרערן גיסן זיך ווי וואַסער.
און רחמנים בני רחמנים האבן זיך נישט צוגעהערט צו די בלוט אין טרערן פון די וועלכע זענען צוטראטן אינטער די בלוט פארגיסענדע שטיוול פון די מחבלים פון סטרא אחרא. אין ווארטן אויף אונזער הילף.
יא!
זיי וויינען צו אונז 'שמע קולינו'.
ווייל א מאמע בלייבט א מאמע אין דארף אירע קינדער.
רופט יעצט אריין קול יוצאי לב טהור 605-313-8165
און דרוקט נומער #9 אויפן מעין מעניו. אין גיבט אייער ברייטהארציגע נדבה.
אין די זכות זאל שוין זיין כרחם אב כל בנים, תרחם ה' עלינו,
אין אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות
ווייל 'כל המרחם על הבריות'
מרחמים עליו מן השמים.
פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום.
ניין!
ביטע גייט נישט צו צום יום הדין בעפארן געבן א נדבה.
דרוקט נומער 9 אויפן מעין מעני"ו
גיבט אייער דאונעישאן ביז'ן זמן.
גמר חתימה טובה
די קוויטל גייט צום אייבערשטער אליינס.
גיבט $180 נעמט א טייל אין שמע קולינו קאמפיין.
לכה"פ $72 והממעיט לא ימעיט פון $36 ולכה"פ $18 כמנין ח"י
וכל המוסיף מוסיפין לו.
גייט ארויס זכאי בדין!
היום תאמצינו.
אין ענטפערט דערמיט הננו! צו זייער שמע קולינו.
עקסטענשאן #9 פון מעיו מעני"ו.
יעדע נדבה מאכט א חילוק.
שפאלט עולמות ערב יום הדין.
קול יוצאי לב טהור
עקסטענשאן #9 פונעם מעין מעני"ו
/ org
פרייטאג האזינו · ז׳ תשרי תשפ״ז · 5:09PM
סיסטעם אפדעיט
איר קענט שוין באקומען א נאטיפיקאציע אויף אייער דעווייס ווי נאר א נייע זאך גייט ארויף,
בלייבט אינפארמירט.
דרוקט די ' נאטאפאקאציע אייקאן ' ביים פראנט בלאט צו באקומען נאטיפיקאציעס.
אזוי אויך סובסקרייבט זיך צו אונדזער אימעיל ליסטע צו באקומען אפדעיטס בילדער אין באווייזען עקסלוסיוו דירעקט צו אייער אינבאקס
נייע אפדעיט
מיטוואך פרשת האזינו
היינט צופרי איז פארגעקומען א קאורט אויף די פינף קינדער
פון יעקב נחום וויינגארטן
אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
ווי באריכטעט דא אפאר וואכן צוריק אז די קאורט האט מבטל געווען
די קאסטעדי וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט
אויף די קינדער
נאר אזויווי
יואל יהושע העשיל בלום האט געהאט געמאכט א ארדער אף פראטעקשאן
צווישן די מאמע מיט די קינדער האבן דערווייל די קינדער
נאכנישט געקענט צוריקגיין צו די מאמע
אויף דעם איז היינט פארגעקומען
א קאורט ווי די שופט האט געזאגט אז ער גייט געבן א פסק
וועגן דעם אין די קומענדיגע פאר וואכן
ביי די קאורט
האט אויכעט יואל יהושע העשיל בלום געבעטן
פרישע קאסטעדי אויף די קינדער אויף וואס די שופט
האט ליידער אינטערגעשריבן טעמפערערי קאסטעדי
וואס אויף דעם וועט פארקומען
א טרייעל דאס הייסט א לענגערע קאורט די קומענדיגע ז' טבת
ביי די קאורט האט זיך אויך געפונען לוי יצחק ראזנער פון בארא פארק וואס ער איז די גונב נפשות
פון די צוויי קינדער
פון מאיר יששכר ראזנער
ווי ער איז געקומען
נעמען קאסטעדי אויף די קינדער
אין פאל אויב די קאורט וועט נישט ווילן געבן די קאסטעדי
פאר יואל יהושע העשיל בלום
דער אויבערשטער זאל העלפן
אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן
זאלן זיך שוין קענען בקרוב צוריק פאראייניגען מיט זייערע עלטערן
און ס'זאל שוין זיין
וכל הרשעה כעשן תכלה
1-605-615-7133 / kolylt.com
מיטוואך האזינו · ה׳ תשרי תשפ״ז · 6:22PM
ברעכענד נייעס - מעבירין רויע הגזירה
מיטוואך פרשת האזינו נאכמיטאג
תכלה שנה וקיללותיה תחל שנה וברכותיה
אין די יעצטיגע שעות קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די קאורט האט באשטעטיגט אז די זעקס קינדער
פון יואל וויינגארטן וועלן קענען באקומען וויזיטעישאן פון די מאמע
איינמאל א וואך מיט א סופער ווייזער דאס הייסט אז א רעגירונגס איינגעשטעלטער האלט מיט די באזוך
דאס קומט נאך לענגערע חדשים וואס די א.ג עסקנים יואל יהושע העשיל בלום און אברהם גרינהוט ארבעטן מיט אַלע כּוחות
אפצוהאקן סיי וועלכע
מינדעסטע קשר צווישן די מאמע
מיט די קינדער
איז ברוך השם יעצט געקומען
די בשורה טובה וואס איז ווי א אור בתוך החושך
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע קינדער זאלן זיך שוין קענען בקרוב אינגאנצן צוריק פאראייניגען מיט זייערע עלטערן
Kolylt.com / 605-615-7133
באשטעטיגטע קאמענטס
ה׳ תשרי תשפ״ז · 8:54PMמורא'דיג מורא'דיג
מיטוואך האזינו · ה׳ תשרי תשפ״ז · 6:14PM
אין ווייטערדיגע נייעס
דינסטאג פרשת האזינו
היינט איז פארגעקומען א קאורט אויף די 6 קינדער
פון יואל וויינגארטן
אין די ראקלענד קאונטי פעמעלי קאורט
אויף די פרישע טעמפערערי קאסטעדי וואס יואל יצחק בלום פון מאנסי האט געמאכט
צוויי וואכן צוריק
ביי די קאורט האט זיך באטייליגט יואל יצחק בלום
מיט יואל יהושע העשיל בלום
ביי די קאורט איז באשטימט געווארן אז עס וועט פארקומען א טרייעל= דאס הייסט א לענגערע קאורט אויף קומענדיגע כ' כסליו
אין אנדערע נייעס
איז געפלאנט צו פארקומען
מארגן א קאורט אויף די 5 קינדער פון יעקב נחום וויינגארטן
בנוגע די ארדער אף פראטעקשאן וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט צווישן די מאמע מיט די קינדער
וואס דאס האלט אפ אז מען זאל צוריקגעבן די קינדער צוליב וואס די קאסטעדי איז שוין בטל געווארן
א שטיק צייט צוריק
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן זאלן זיך שוין קענען בקרוב צוריק פאראייניגען מיט די עלטערן
בשורות טובות
kolylt.com1-605-615-7133
מ'דארף נישט זיין צו קלוג צו באמערקן אז די בילד ווי די בחור שמייכלט וואס דער באקאנטער שקרן יצחק טייכמאן וואס רופט זיך "על פי תורה" האט ארויפגעלייגט אויף די אידיטש פלאטפארמע איז געמאכט מיט עי איי...
ס'איז ליידער א ביטער געלעכטער ווי די רשעים שפילן זיך ארום מיט נפשות און נעמען די עולם אויף א רייד
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT?s=cl&p=a&mlu=4&ilr=4
שומו שמים - קיין מעקסיקא
ערב שבת 5 אזייגער נאכמיטאג:
ליידער נאך די רישעותדיגע ארבעט
פון אכזר בלום
צו אריין לייגן א טאטע פון 10 קינדער אין תפיסה אין מעקסיקא
וואס איז באוויסט צו זיין גאר שווער פאר א איד צו דארט זיין
אזוי ווי ער האט געטון מיט האברך ר' יואל אלטער,
נאך וואס האברך ר' מאיר יואל מלכא האט געהאט אן אינטערפאול אלערט
פון מעקסיקא
האט אכזר יואל יושע העשיל בלום איינגעשפאנט זיין נעבעכדיגע אייזל און פאנדל
וואס ער ניצט אסאך פאר זיין שמוציגע ארבעט שרוליק האראוויץ
צו פארדרייען זיין אייגענע פעטער
דעם קאפ אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים פערזענליך,
און אפאר מינוט דערויף איז מסור בלוםס לויער אנגעקומען און זיכער געמאכט אז ער ווערט ארעסטירט
דורך אינטערפאול ווי ער שמאכט שוין אין תפיסה ארום א האלבע יאר,
היינט פרייטאג איז געווען א משפט וואס האט געדארפט פסקנען אויב מען זאל אים שיקן קיין מעקסיקא און ליידער מעשה שטן הצליח
די שופט האט געפסקנט אז מען דארף אים שיקן קיין מעקסיקא.
כלל ישראל ווארט אויף ישועות השם
און אויף די באפרייאונג פון אלע אסורי בלום ובתוכם
מאיר יואל מלכא - גואטעמאלא
יואל אלטער - מעקסיקא
מנחם מענדל אלטער - שפאניע
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT
ליל ששי פרשת נצבים וילך
פארגאנגענע וואך מיטוואך פרשת כי תבוא
איז ארויסגעקומען א פסק פון די שופט בנוגע די קאסטעדי וואס יואל יהושע העשיל בלום האט געמאכט
אויף די 6 קינדער פון יואל וויינגארטן
אז די קעיס ווערט דיסמיסט
און גענצליך ארויסגעווארפן
צוליב וואס די שופט האט אנגענומען די טענה
פון די לויער פון די משפּחה
אז די גאנצע קאסטעדי איז געמאכט געווארן אומלעגאל
צוליב וואס די קינדער זענען נאך בכלל נישט געווען אין אמעריקא
בשעת'ן מאַכן די קאסטעדי
אבער למעשה
ווען מען איז געגאנגען צו די פאליציי
אז זיי זאלן צוריקברענגען די קינדער האבן די פאליציי געזאגט
אז וויבאלד ס'איז נישט דא קיין עקסטערע ארדער
אז מען מוז צוריקגעבן די קינדער
און ס'איז נאר דא א פסק אז די קאסטעדי איז בטל
קענען זיי זיך נישט אריינמישן
אבער ליידער צוויי טעג שפּעטער
איז דער גונב נפשות יואל יהושע העשיל בלום געגאנגען אין קאורט
מאכן פרישע קאסטעדי אויף די קינדער און ליידער האט די שופט אינטערגעשריבן
טעמפערערי קאסטעדי אויף וואס עס וועט פארקומען קאורטס
אין די קומענדיגע תקופה
אין אנדערע נייעס
איז די וואך דינסטאג נאכמיטאג פארגעקומען די אפשערן פון די 3 יעריגע קינד
פון ר' חיים יעקב ראזנער
ליידער אן די באטייליגונג פון די עלטערן
נאכדעם וואס ביי די קאורט פון
ר' חיים יעקב לעצטע וואך פרייטאג האט ער געגעבן רשות אז מען קען מאכן די אפשערן אן די עלטערן
נאך וואס ער האט געזען אז עס שלעפט זיך שוין א לאנגע צייט
און נישט ווילענדיג לאזן ווארטן די אפשערן ביז די קומענדיגע קאורט
דער אויבערשטער זאל העלפן
אז אלע קינדער וואס זענען נישט ביי די עלטערן זאלן זיך שוין קענען
בקרוב צוריק פאראייניגען מיט די עלטערן
בשורות טובות
https://chat.whatsapp.com/H5JRIlle27Z4ufAi9B1FDT
באשטעטיגטע קאמענטס
ה׳ תשרי תשפ״ז · 8:54PMמורא'דיג מורא'דיג