וועגן אונז
קול יוצאי לב טהור
קול יוצאי לב טהור איז דא מיטן ציל צו פארשאפן אין ברענגען פארן ציבור אין פארן ברייטן פובליק די נייעס אין פילע אפדעיטס אין די לב טהור נושא.
קול יוצאי לב טהור שטייט אלס א אומאפהענגיקער אינפארמאציע קוואל פלאטפארמע מיטן ציל נישט צו לאזן אנשי רשע טוען וואס זיי ווילן אין דערנאך פארקויפן פאר'ן עולם שטותים אין פאלטשע פראפעגאנדע.
קול יוצאי לב טהור איז געפענט געווארן בערך א האלבע יאר צוריק נאכדעם וואס די וועלט איז פארשוועמט געווארן מיט פאלטשע פראפעגאנדע נאך א לענגערע פי אר קאמפיין דורך די א.ג. עסקנים וואס האבן זיך פארגעשטעלט כאילו זיי גייען גאר ראַטעווען הצלת ילדי לב טהור...
ווען אין פאקט האבן די זעלבע עסקנים אין שפיץ פון יואל יושע העשיל בלום אין אברהם גרינהויט אין יצחק טייכמאן, געארבעט פארן מלאך המות אין מיט א אויסטערלישע ספעציעלע רשעות, וואס פארשטענדליכע מענטשן קענען נאך נישט צו זיך קומען דערפון, האבן זיי באוויזן נאך גרויס דרוק אויף די גוואטעמאלע רעגירונג אריינצוווארפן
איבער 160 קינדער אין שעלטערס פאר לאנגע חדשים, אין פאַקט זענען דערביי געדעמעטשט געווארן פילע קינדער.
קול יוצאי לב טהור איז נישט פרא לב טהור. אבער מיר זענען שארף קעגן די רשעי עסקנים אנטי לב טהור וואס האבן גענומען פאר זיך די מיסיע צו צוברעכן די יסודות פון מענטשליכקייט, אין מיט ספעציעלע אכזריות געהאנדלט אין טוען דאס נאך ווייטער!, אין די נושא.
ווי צוכאפן קינדער פון עלטערן ווי איר קענט מער ליינען דערוועגן אין אונזער פראָנט בלאַט.
קול יוצאי לב טהור האט געפענט א ווייגעשריי צו כלל ישראל אין צו די אלגעמיינע גאָרער װעלט, עפענט זיך די אויגן!!! אין ווען די ציבור האט געפענט אפילו בלויז א שפאלט, האט זיך די גאנצע בילד געטוישט.
קול יוצאי לב טהור באַקומט נישט אין געניסט נישט פון די שווערע מיליאנען דאלארן רעגירונג פאונדס וואס די רעגירונג טיילט ווען מ'האלט יענעמ'ס קינדער... אין ווערט אויך נישט באצאלט דורך קיין איינע פון די 2 צדדים.
מיר זענען בלויז דא צו ברענגען אפענע אומגעפילטערטע אפדעיטס פונעם שטח.
קול יוצאי לב טהור איז געפענט געווארן דורך א גרופע עסקנים וואס האבן געזאגט עד כאן.
קול יוצאי לב טהור האט גענומען די הייליגע פליכט צו ארויסהעלפן אין די לעגאלע קאמפ וואס מ'פירט אין קאורט. ס'איז דא אגאנצן צייט פרישע קאורטס אויף די אומשולדיגע מאמעס וואס בעטן איין זאך אז זיי דארפן צוריק זייערע בלוט אין פלייש אייגענע קינדער.
קול יוצאי לב טהור טוט בעטן כלל ישראל אין צו אונזערע הונדערטער טויזנטער נאכפאלגער אלוועלטליך,נעמט אנטייל אין פדיון שבוים והצלת נפשות אין גיבט אייער נדבה.
יעדער דאלער ציילט.
ליידער זעט מען לעצטענס שווערע טראגעדיעס פאסירן.
אפשר איז דאס א סימן פון הימל אז מיר מעגן אין דארפן זיך שוין אויפוועקן???
אפשר פרעגט מען אונז אין הימל עס מתי???
ובזכות זה פון העלפן די נרדפים אין צובראכענע נשמות וועלן מיר זוכה זיין צו כל המרחם על הבריות מרחמים עליו מן השמים.
אויב קענט איר ארויסהעלפן מיט סיי וועלכע זאך אין די מערכה ביטע קאָנטאַקט אונדז • אונזערע עסקנים אין טיעם שטיען גרייט צו העלפן אז איר זאלט קענען העלפן די געליטענע.
איר קענט דרוקן אינטן די קאנטאקט קנעפל צו אויספילן א פארום
אָדער פאַר מערערע קאנטאקט וועגן.
קול יוצאי לב טהור איז געפענט געווארן אלץ א טעלעפאן־ליין אין האט אין בלויז די ערשטע האלבע יאר געגרייכט א האלב מיליאן טעלעפאן קאל'ס. אצינד זענען מיר פרייליך צו פארשטעלן אונזער נייע וועבסייט, אין סאשעל־מידיא קאנאלן.
צו דאנעיטן ביטע גייט צו די דאונעיט בלאַט פאַר מער אינפארמאציע איבער די קאמפיין
קאנטאקט דעם מערכת